15.06.1933
222173
{P001} {0114-82} וורשו, 15.6.33 ליעבער יארבלום - וואס הייסט ביי דיר ארבייטען אויף אל-כלום - וויפיעל שקלים האט איהד שוין פארקויפט? היינטיגע צייטען האלט גאט נור מיט די וואס האבען אסך שקלים - אהן דעם העלפען נישט קיינע קונצען. איך בין שיער נישט געווען נעכטען אין גענף - בן צבי האט מיר טעלעגראפירט אז דער וועד הלאומי האט באשלאסען צושיקען אדעלעגאציע - מאסינזאן, הרב עוזיאל און איך. כ'האב זיך שוין געקלעבען צו פליהען - אבער ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז כ'קען די טעג נישט אוועקפאהרען, עם איז יעצט דער סאמע ברען - און שקלים איז ביי מיר יעצט פריהער אפילו ווי דער פעלקער בונד. דערווייל געהט עם דא נישט שלעכט - איך האף אויף 50% שטימען. נאר מיר וועלען זעהען. איך בלייב דא ביו איבער די וואהלען. דיין ד. בן-גוריון