יומנים > יומן - מלא 22/03/1939

1
מתוך
מקומות:
לונדון
מיין
פריז
השימוש בתצלום בכפוף לחוק זכויות יוצרים, תשס"ח-2007
22.03.1939
217537
{P001} {0188-98} לונדון, 22.3.39 מיין ליעבר יארבלום - ס'איז אמץ אז כ'וועל אין פאריס. עטליכע טעג פארן צוריק פאהרען, אבער כ'וועל זיך נישט באטייליגען אין קיינע פארזאמלונגען אדער מיטינגדן אדער זיצונגען. דו האסט קוים א באגריף וואס פאר א גהינום איז געווען די אזוי גערופענע "לאנדאנער קאנפערענס" און וויפיעל נערווען דאס האט געקטסט, און פאר'ן צוריקקומען נאך א"י מוז איך האבעק עטליכע טעג רוהע. א"י וועט אויך יעצט נישט זיין קיין לייכטער "דזאב". כ'וועל ווארשיינליך זיין פאריס פרייטאג אבענר אדער שבת פריה. ס' איז שווער צו שרייבען אנ' ארטיקעל איבער די לאנדאנער קאנפעוענס,ווייל מיו באמיהען זיך נאך צו פארהאלטען די רעגירונגס פאליטיק - ערלקלערונג, און ס'איז נישט אין אונזער אינטערעס צו פארעפענטליכען די רעגירונגס-פלענום כל זמן זי אליין האט זי נישט אפיצעל פארעפענטליכט. אבער מיר וועלען זעהען אין פאריז. ביז דאמאלס וועט די לאגע אפשר ווערען קלערער. דערווייל האבען מיר פארשפיעלט - דא, אין, לאנדאן. ס' שיינט אקאפיטעל האט זיך פארענדיגט. מיר וועלען דארפען אנ'הויבען אנייעם קאפיטעל. איך כוף עס - א"י קאפיטעל. מיר {0188-99} וועלן זעהען וואס מיר קאנען טון מיט אונזער כח. מיר -- זיינען נישט אזוי שוואך ווי די אראבער און מאנכע ענגלענדער דענקען. איך בין אבסאלוט זיכער אז מיר וועלען וועלען- וועם קיין אראבישער שטאט אין א"י ניט זיין. איך גלייב נישט אז אפילו די ענגלענדער מיינען ערנסט מיט'ן "אינאבהענגיגען" שטאט. גריס אלעמען ד.ב.ג.